פעסיל באַלאַבאַן איז געוועזן אן אלמנה וואס האט געהאט כמעט די גרעסטע דרוקעריי אין לעמבערג.

זי איז געוועזן די וואס האט אויסגעשטעלט דעם היינטיגן צורת הדף פונעם שו"ע צו וואס מאנכע קענען זיך בשום אופן נישט צוגעוואוינען צו עפעס אנדערש זייענדיג אזוי צוגעבונדן ווי גוט עס איז אוועק געשטעלט אז מען זאל גרינג קענען טרעפן צוגעהערן צו אן ענין, הגם עס איז פול מיט פעלערן א שטייגער ווי טעותי הדפוס און אזוי אויך איז עס שטארק צוזאמען געשטופט מיט קליינע פיצינקע אויתיות, פון דעסטוועגן קומען כסדר ארויס פרישע ווערסיעס אבער די גרעסטע פארלאנג איז נאך אלס אויף איר אויסשטעל.

עס איז אפילו ארויסגעקומען דירעקט אין קעגנזאץ צו די אלע נייע א שו"ע מיטן פענאמען שו"ע צורת הדף וואס איז מתקן אלע טעותים און מאכן אביסל גרעסער און קלארער די אותיות, אבער ווי די סוחרים זאגן איז דאס דערווייל פון די מערסט גייענדיגע שו"ע'ס אויפן מארק מיט אלע פראבלעמען אינאיינעם