פעטער איליטש טשייקאווסקי

פעטער איליטש טשייקאווסקי (רוסיש: Пётр Ильич Чайкoвский7טן מיי 1840 - 6טן נאוועמבער 1893) איז געווען א רוסישער קאמפאזיטאר פון דער ראמאנטישער תקופה. פון זיינע מערסטע באקאנטע ווערק זענען די 1812 אוווערטור און דער באלעט "שוואן אזערע" און "קנאַקניסל". ער האט פארפאסט 11 אפערעס. ער איז ברייט אנערקענט ווי דער גרעסטער קאמפאזיטאר פון באלעטן.

פעטער איליטש טשייקאווסקי
Петръ Ильичъ Чайковскій
געבורט 25 אפריל 1840 (יוליאניש)
Q1540335, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 25 אקטאבער 1893 (יוליאניש) (אלט 53)
פעטערבורג, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט פראפעסאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

טשייקאווסקי איז געווארן באאיינפלוסט פון די פאריזער קאמפאזיטארן ווי ביזע און אפנבאך.

יונגע יארן

רעדאַקטירן

טשייקאווסקי׳ס פֿאטער איז געווען אן אוקראינער, א מינעריי אינזשעניר. זיין מוטער׳ס זיידע איז געווען א פֿראנצויז וואס האט זיך געצויגן אין רוסלאנד. ווען טשייקאווסקי איז געווען אלט פֿינף יאָר האט ער אנגעהויבן לערנען שפילן פיאנע, און עס האט נישט לאנג געדויערט ביז ער האט געשפילט בעסער ווי זיין לערער.