פלארייל
פּלאַרייל (ענגליש: Plarail, יאפאניש: プラレール) איז א מאַרקע פון שפילכל באנען פון פלאסטיק וואס ווערט פאבריצירט דורך די יאפאנישע פירמע טאַקאַראַ טאָמי און איז ערשט פראדוצירט געווארן אין 1959. די מאַרקע איז באקאנט געווען אין א סך אנדערע לענדער אלס טאָמיקאַ וועלט.
פאקונגען
רעדאַקטירןדי באנען שליסן איין א לאקאמאטיוו, א וואגאן און א לעצטער טייל, און פארן אויף ליניעס געמאכט פון (געוויינטלעך) בלויער פלאסטיק.
מען קען נישט ניצן פּלאַרייל מאדעלן צוזאמען מיט אנדערע מאדעל באנען. זיי זענען אבער דער זעלבער ברייט ווי האָלצערנע שפילכל באנען, און דערום קענען פארן אויף זייערע ליניעס.
היסטאריע
רעדאַקטירןזייט אקטאבער 1961 האבן אלע באנען אן עלעקטרישער מאטאר וואס פארט אויף א באטעריע.
אין מערץ 1992 איז א ליניע באזירט אויף דעם טעלעוויזיע סעריע "טאמעס דער טאנק לאקאמאטיוו און פריינט" פאבריצירט געווארן צום ערשטן מאל.