פארוואס מענער מער פארדינען
"פֿאַרוואָס מענער מער פֿאַרדינען" (ענגליש: "Why Men Earn More") איז אַ בוך וואָס איז געשריבן פֿון וואַרען פֿאַרעל, דאָקטאָראַט (ענגליש: ".Warren Farrell, Ph.D"). דאָס בוך זאָגט אַרויס אַז מענער און פֿרויען קלײַבן אויס אַנדערע לעבנס־ברירות וואָס דערפֿירן צו נפקא־מינות אין שכירות און עצהט 25 אופנים ווי מען קען העכערן זײַנע אָדער אירע פֿאַרדינסטן. אין דער הקדמה איז געשריבן אַז קיין־מאָל־נישט־חתונה־געהאַטע מענער פֿאַרדינען 62 סענטס לגבי חתונה־געהאַטע מענער וואָס פֿאַרדינען אַ דאָלאַר. דער מחבר זאָגט אַז ער האָט געכאַפּט זיך דאָס פֿש״אַ ביוראָ פֿון אַרבעטערשאַפֿט סטאַטיסטיקעס זענען געווויר געוואָרן אַז שוין זינט די פֿריע אַכציקער יארן אַז פֿירמעס באַצאָלן מענער און פֿרויען דאָס גלײַך געלט אַז אירע טיטלען זענען געווען גלײַך, איר אחריות איז געווען גלײַך און איר אחריות איז געווען פֿון דער גלײַכער גרייס.