פאלקלאנד אינזלען
די פֿאַלקלאַנד אינזלען זענען אן ארכיפעלאג אינעם דרום אטלאנטישן אקעאן, מער ווי 250 ים-מיילן (460 ק"מ) מזרח פון דעם בארטן פון דער דרום אמעריקע יבשה. דער ארכיפעלאג האט א שטח פון 12,173 ק"מ2 און באשטייט פון די אינזלען מזרח פאלקלאנד, מערב פאלקלאנד און נאך 776 אינזלען. די איינציגע שטאט אין די פאלקלאנד אינזלען איז די הויפטשטאט סטאנלי, אויף מזרח פאלקלאנד.
די אינזלען זענען א בריטישע טעריטאריע מעבר-לים וואס פירט רוב ענינים אליין.