פאוועליטש

דארף אין זשיטאמירער גובערניע, אוקראינע

פאַוועליטש (אוקראיניש: Паволоч) איז א דארף אין זשיטאמירער גובערניע, אוקראינע, 21 ק"מ צפון־מערב פון סקווירא, 71 ק"מ דרום־מזרח פון זשיטאמיר און 100 ק"מ דרום־מערב פון קיעוו.

היסטאריע

רעדאַקטירן

ביז דער ערשטער וועלט מלחמה איז פאוועליטש געווען אין דער קיעווער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע.

דער אייניקל פונעם בעל שם טוב, ר' אהרן פון טיטיעוו, זון פון רבי צבי הערש, איז דארט נסתלק און באהאלטן געווארן.

אין 1900 האבן געוואוינט אין פאוועליטש 3,391 יידן.‏[1]

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. "פאוועליטש", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)