פאקן
פּאָקן (אין לאטיין: variola „וואַריאָלאַ“ און אין ענגליש: smallpox „סמאָלפּאָקס“) איז א שטארק אנשטעקיקע קראנקייט פון מענטשן, וואס קומט פון דעם ווירוס Variola major. דער ווירוס גייט אריבער צווישן מענטשן דורך דער לופט, בעיקר אין ווינטער און אין אנהייב פרילינג. אין 2010 האט מען געמאלדן אז פאקן איז די ערשטער קראנקייט וואס מ'האט געדאנזשעט אויסראטן.
די קראנקייט גייט אריבער פון איין מענטש צו אן אנדערן דורך קליינע טראפן אין דעם אטעם. דער ווירוס וואקסט אינעם מענטש צוויי וואכן. דער מענטשן שפירט קאפשמערצן און אנדערע שמערצן, און קליינע רויטע פינטלעך קומען ארויס אויפן קערפער. במשך א וואך וואקסן די פינטלעך און דער קערפער ווערט באדעקט מיט פאקן, וואס ווערן אנגעפילט מיט אייטער. אפטמאל שטערן די פאקן דאס אטעמען און דער מענטש שטארבט. די וואס ווידערהוילן זיך קען דויערן עטלעכע וואכן.
א בריטישער דאקטער, עדווארד דזשענער, האט באמערקט אז פויערים וואס ארבעטן מיט קי האבן נישט געליטן פון פאקן, און טאמער יא, האבן זיי געליטן אין א לייכטן אופן און געווארן געזונט נאכהער. ענדלעך האט ער אנטפלעקט אז זיי פלעגן באקומען אן ענלענכע קרענק, קופאקן, וואס האט זיי געשיצט קעגן פאקן. שוין אין טערקיי און כינע איז מען דערגאנגען אז איינער וואס דערלעבט די פאקן וועט זיי נישט כאפן א צווייט מאל.
פון דעם האט מען ערפינדן די סיסטעם פון וואקצינירונג קעגן פאקן.
אין 1979 האט די װעלט געזונט ארגאניזאציע געמאלדן אז קיינער בלייבט נישט אין דער וועלט מיט פאקן און במילא איז די קראנקייט אוועק פון דער וועלט.