Air Force One over Mt. Rushmore.jpg

ער פֿארס וואַן (ענגליש: Air Force One) איז דער נאמען פונעם עראפלאן פון דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. א יעדער פליגער פונעם אמעריקאנישן לופטפלאט וואס פירט דעם פרעזידענט באקומט דעם נאמען עיר פארס וואן. אין דער שפראך פון דעם המון עם, ווערט דער ספעציעלער פליגער אין וואס דער פרעזידענט פארט נארמאל גערופן ער פארס וואן. היינט זענען דא פאר דעם צוועק צוויי באינג VC-25A פליגערס. זיי האבן א קווארטיר פארן פרעזידענט וואס איז כולל א שלאפצימער און א באדצימער.