עדמאנד זשיימס דע ראטשילד
באראן אַבְרָהָם בִּנְיָמִין אֶדְמוֹנְד גֵ'יימְס דֶה רוֹטְשִׁילְד (פראַנצויזיש: Edmond James de Rothschild; 19טן אויגוסט 1845 - 2טן נאוועמבער 1934), (ט"ז אב ה'תר"ה - כ"ד חשוון ה'תרצ"ה) פון דעם פראנצויזישן צווייג פון דער ראטשילד פאמיליע, איז געווען א יידישער פאטריאט וואס האט שטארק געשטיצט דעם יידישן יישוב אין ארץ ישראל. צווישן די יישובים וואס ער האט געשטיצט זענען: ראש פינה, פתח תקווה, זכרון יעקב, ראשון לציון, בנימינה, מזכרת בתיה, כפר תבור און רחובות.
געבורט |
19 אויגוסט 1845 פראנקרייך |
---|---|
טויט |
2 נאוועמבער 1934 (אלט 89) פראנקרייך |
מדינה | פראנקרייך |