בערזע
(אַריבערגעפֿירט פון סטאק עקסטעינדזש)
די בערזע איז א מארק וואו בערזע-מעקלער האנדלען אקציעס און ווערטפאפירן. די בערזע פירט א ליסטע פון די אקציעס וואס ווערן באהאנדלט דארטן.
אין 1171 האט די רעפובליק פון ווענעדיג געבארגט געלט פון אירע בירגער, מיט 5% צינזן, אבער אן א דאטע ווען זיי וועלן צוריקבאצאלן דאס געלט. במשך דער צייט האבן מענטשן אנגעהויבן צו קויפן און פארקויפן די ווערטפאפירן פונעם בארג, און מיט דעם איז געווארן א מארק פאר ווערטפאפירן.
באקאנטע בערזעס
רעדאַקטירן- די לאנדאנער בערזע (LSE)
- די ניו יארק בערזע (NYSE)
- די תל-אביב בערזע (TASE)