סודאָקו (יאפאניש: 数独; ווערטלעך: "איין ציפער") איז א פאפולערע רעטעניש, א שרייב שפיל אין וועלכע מען ברויך נוצן לאגיק אריינצופילן די ריכטיגע נומערן אין א 9 ביי 9 גריד אן דעם וואס עס זאל איבערגיין צוויי פון די זעלבע נומערן אין א קאלום, רייע , אדער גרופע.

א ביישפיל פון א סודאקו רעטעניש

סודאקו לויפט אין רוב צייטונגן און מיליאנען ביכער מיט עקזאמפלן זענען פארקויפט געווארן דערפון און אזוי אויך קאמפיוטער פראגראמען.

די יסודות פון דעם שפיל

רעדאַקטירן

סודאקו איז א פאזעל פון נומערן וועלכע דארפן געלעזט ווערן אבער אנדערש פון אלע אזעלכע פאזעלס איז עס א שפיל צו וועלכע מען דארף נישט קענען רעכנען נאר נוצן אביסל לאגיק. די נומערן אינעם שפיל זענען פון 1 ביז 9 און דער זעלבער שפיל קען געמאכט ווערן מיט בוכשטאבן, קאלירן אדער סימבאלן.

יעדע סודאקו אויסצייכענונג באשטייט פון 9 גריד'ס וועלכע זענען געשטעלט איינע נעבן די אנדערע דריי ביי דריי וועלכע פארמירט 9 קאלומס און 9 רייעס און אין יעדע פון זיי איז פאראן 9 באקסלעך.

דער ציל פו דעם שפיל איז אריינצופילן די נומערן 1 ביז 9 אין יעדע קאלום, אין יעדע רייע, און אין יעדע גרופע באקסלעך. יעדע אויסשטעל מוז האבן אלע 9 נומערן וואס מיינט אז אין יעדע קאלום, רייע, און גרופע מוז זיין אריינגעשריבן אלע 9 נומערן. אין יעדע אויסשטעל מעג נאר זיין איינמאל יעדע נומער און ווען פארטיג מעגן זיך צוויי די זעלבע נומערן נישט טרעפן איינע נעבן די אנדערע, נישט ביי קאלום, נישט ביי רייע, און נישט ביי גרופע.

מען קען אנהייבן דעם שפיל דורך אליינס אריינפילן די ערשטע נומערן אדער מיט עטליכע פון פריער אויסגעפילטע נומערן מיט וועלכע מען הייבט אן.

סודאקו פאזעלס קומען אין פארשידענע קאטעגאריעס פון וועלכע עס זענען פאראן גרינגע און שווערע צעטיילט לויט ווי אזוי דער וואס מאכט עס באשטימט די נעמען. אלעס ווענדט זיך ווי אזוי די נומערן זענען אויסגעשטעלט און וואו זיי ליגן. א גרינגע פאזעל וועט האבן מער נומערן שוין אריינגעפילט און וועט ליגן אין סטראטעגישע באקסלעך און דער שפילער וועט גרינג קענען אויסגעפינען די איבעריגע נומערן. א שווערע שפיל וועט געווענליך האבן ווייניגער נומערן אריינגעפילט און אפילו ווען נישט וועלן די סטראטעגישע באקסלעך זיין ליידיג און עס וועט זיין זייער שווער אויסצוגעפינען.

א גרינגע פאזעל נעמט ארום 15 מינוט צו ענדיגן און א שווערע פאזעל קען נעמען לאנגע שטונדן. אלעס איז געוואנדן לויט די ערפארונג וואס מען האט. מען קען שפילן דעם שפיל דעם גאנצן לעבן ווייל עס זענען פאראן אן א שיעור וועגן ווי אזוי דאס קען אויסגעשטעלט ווערן. פארשטייט זיך אז יעדע פאזעל האט נאר איין ענטפער.

 
א ביישפיל פון א אנגעפילטע סודאקו פאזעל

ווי אזוי אויסלייזן

רעדאַקטירן

די גרינגסטע וועג זיך צו לערנען ווי אזוי דאס ארבעט איז דורך באטראכטן און דורכגיין א פאזעל פון אנפאנג ביזן סוף. די ערשטע זאך וואס מען ברויך טאן ווען עס הייבט אן ווערן אביסל שווערער איז נעמען א בליי און אריינשרייבן אין קליינע בוכשטאבן די מעגליכע לעזונגן. יעדע קאלום אדער רייע האט נאר איין לעזונג ווייל יעדע נומער איז אנגעבינדן צו א צווייטע.

עס איז וויכטיג צו געדענקען אז אין א סודאקו פאזעל טאר מען קיינמאל נישט פרובירן מאכן השערות (GUESSING) ווייל אויב איין נומער טויג נישט וועט דאס שטערן די גאנצע פאזעל און נאך לאנגע פלאגענישן וועט מען מוזן אנהייבן נאכאמאל פון אנפאנג.

היסטאריע און פאקטן

רעדאַקטירן

דער סודאקו שפיל איז אמאל גערופן געווארן מיט'ן נאמען "נומער פלאץ" און איז פובליצירט געווארן אין א פאזעל בוך אין אמעריקע אין די 70'גער יארן צווישן הונדערטער ערליי פאזעלס. יענער פאזעל מאכער איז אבער נישט געווען דער ערפינדער דערפון און מען איז לעצטענס דערגאנגן אז דער שפיל גייט צוריק הונדערטער יארן און די ערשטע באווייז דערפון איז אין א בוך וועלכע איז פובליצירט געווארן איבער 300 יאר צוריק אין שווייץ.

אין די 80'גער יארן האט א יאפאנעזער פאזעל מאכער געטראפן דעם פאזעל אין אמעריקע און האט דאס שטארק געגליכן און האט דאס אנגעהויבן דרוקן אין זיינע פאזעל ביכער. ער האט געטוישט דעם נאמען צו א לאנגע יאפאנעזע נאמען וועלכע האט באדייט די ווערטער: "די נומערן מוזן זיין איינציג". שפעטער האט ער געטוישט זיין נאמען צו א קורצע און איז געווארן "סודאקו" וועלכע מיינט אין די יאפאנעזער שפראך: איינציגע נומער.

אין 97' האט א פאזעל מאכער פון ניו זילאנד באזוכט יאפאן און געפינען דעם פאזעל אין ביכער און האט באשלאסן אז ער וועט מאכן א קאמפיוטער פראגראם וועלכע זאל אליינס אויסשטעלן די פאזעלס און ער וועט דאס פובליצירן אין אמעריקע. ער האט געארבעט 7 יאר דערויף און ווען ער איז געווען פארטיג האט ער דאס פארגעשלאגן פאר די יו-עס-עי-טודעי צייטונג אלס א טעגליכע פאזעל אין זייער פאזעל רובריק. יו-עס-עי-טודעי האט עס אפגעווארפן און ער האט זיך געוואנדן צום ניו יארק פאסט וועלכע האט עס אנגענומען און אנגעהויבן דרוקן אין 2004.

צו זיין מזל האט עס גוט אויפגענומען און ביז עטליכע מאנאטן האבן 140 אנדערע צייטונגען ארום דער וועלט דאס אויך אנגעהויבן דרוקן און עס איז געווארן א וועלט'ס פאזעל וועלכע יונג און אלט גלייכן צו שפילן. מענטשן שפילן עס אין די צייטונגן, אויף קאמפיוטער'ס, און עס איז אפילו פאראן סודאקו פראגראמען פאר פי-דיעי'ס און סעליולער טעלעפאנען.

אמאל האבן די פאזעל מאכער אליינס געצייכענט זייערע פאזעלס און האבן געדארפט האבן גוטע רעכענונג קעפ דערפאר. היינט זענען רוב פאזעלס געמאכט מיט קאמפיוטער און אזוי אויך די סודאקו. ווען מען נעמט 9 נומערן און מען שטעלט עס אויס אין א גריד פון דריי רייעס און דריי קאלומס וועט דער קאמפיוטער דאס קענען אויסשטעלן אזויפיל מאל אז עס איז אפילו נישט פאראן קיין נאמען פאר דעם אסטראנאמישן נומער (5,524,751,496,156,892,842,531,225,600).

אין דעם סודאקו שפיל איז פאראן 9 אזעלכע גרידס אויך אין די זעלבע דריי ביי דריי גרופע און יעדע פון זיי פארמאגט די זעלבע 9 נומערן. דער קאמפיוטער דארף אויסשטעלן דעם פאזעל אז קיין איינע פון די 9 נומערן זאלן נישט אנשטויסן איינע מיט די אנדערע נישט אין א רייע, נישט אין א קאלום, און אויך נישט אין א גרופע. דאס רעדוצירט שטארק דעם נומער וויפיל מאל מען קען דאס אויסשטעלן אבער איז נאך אלץ א נומער וועלכע אפשר נאס"א האט א נאמען דערפאר (6,670,903,752,021,072,936,960).

דער נומער איז אזא פאנטאסטישע נומער אז אפילו אויב יעדע מענטש וואס האט געלעבט זינט די וועלט שטייט וואלט געשפילט אזא שפיל יעדן איינציגן טאג פון זיין לעבן וואלט מען נאך אלץ ווען נישט געהאט אויסגעשפילט אלע שפילן. אויב זאל מען פרינטן יעדע סודאקו שפיל אויף א רעגולערע סייז פאפיר און צוזאמענשטעלן איינע צו די אנדערע אין א קייט וועט עס קענען ארומנעמען די וועלט איבער 8 ביליאן מאל. אויב זאל מען די פאפירן ארויפלייגן איינע אויף די אנדערע וועט עס גרייכן די הויכקייט פון די זון 5 מיליאן מאל. און אויב זאל מען די אלע פאפירן אריינווארפן אין וואסער וועט די גאנצע וועלט פארפלייצט ווערן.

און דאס איז אלעס נאר וויפיל מאל מען קען אויסשטעלן די נומערן. די שפיל קען געשפילט ווערן מיליאנען וועגן אין יעדע אויסשטעל ווייל אין יעדע שפיל נעמט מען ארויס רוב נומערן וואס קען געמאכט ווערן אויף אלע וועגן. דאס מאכט סודאקו א שפיל וועלכע קען געמאכט ווערן באמת אן א שיעור.