נשק שחור
נשק שחור (אין יודיש: שווארצע וואפן) איז א פרומע העברעאישע דראמאטישע סעריע פילמען ערשינען אין ישראל אין יאהר 2006.
עס באשטייט פון פיר חלקים און עס איז געבונדן איינע מיטן צווייטן, ווייל מ'דארף זעהן אלע פון זיי ארויסצוהאבן פונקטליך די מעשה.
עס איז פראדוצירט און ארויסגעגעבן דורך האחים כהן וחצי.
מעשה
רעדאַקטירןבשעת'ן פילמירן א פילם אין איסטאנבול טערקיי איבער א מוסד אגענט וועלכע יאגט נאך א טעראריסט, ווערט דער הויפט אקטיאר אמיר סיגל דערטראנקען און פארלירט זיין זכרון, און ס'דאכט זיך איהם אז וואס ער האט געשפילט איז עכט און ער לויפט אוועק פון די אנדערע שפילער וועלכע האט געדארפט זיין דער טעראריסט אינעם מאווי.
ער פאלגט נאך איינעם בטעות, מיינענדיג אז ער איז דער טעראריסט. אבער למעשה שפעטער אנטדעקן זיי אן אמת'ן טעראריסט וועלכער האט אריינגעברענגט ביאלאגישע וואפן אין לאנד.
די מעשה איז אביסל א קאמפליצירטע, און עס צומישט אביסל ווי א חידה, אז מ'ווייסט נישט וואס ס'דארף זיין עכט און וואס ס'דאכט זיך איהם בלויז.
שפילער
רעדאַקטירן- איציק לילך אלס אמיר סעגאל דער מוסד אגענט
- יוסי טולדו אלס יוסי\חליל
- רונן הערשקאוויטש אלס קעסלער דער פרומער דירעקטאר פונעם פילם
- יניב חיים אלס יניב סימן טוב
- העקטאר מילנער אלס ארטרו לאפעז וועמען אמיר פאלגט נאך מייינענדיג אז ער איז א טעראריסט
- אבי האראוויץ אלס דער עכטער טעראריסט
ענגליש ווערסיע
רעדאַקטירןעס איז אויך ערשינען אין ענגליש אונטערן נאמען: true anemy, וואס מיינט ריכטיגער פיינד. און די אנדערע טיילן הייסן:
- a dangerous game
- wrong identity
- unmasked
וועבלינקען
רעדאַקטירןנשק שחור אויף הבמה: http://www.habama.co.il/Pages/Event.aspx?Subj=4&Area=1&EventId=13731