נפתלי שטערנבוך
הרב נפתלי שטערנבוך איז געווען דער ראש ישיבה פון דער לוצערנער ישיבה אנגעהויבן פון אלול תשע״ה.
ער איז א תלמיד פון הרב משה שמואל שפירא ראש ישיבת באר יעקב און פון הרב שלמה וואלבע משגיח פון ישיבת באר יעקב. הרב שטערנבוך איז געווען א מגיד שיעור איבער 30 יאר אין דער לוצערנער ישיבה. אין אלול תשע״ה ווען רבי משה קאפלמאן האט זיך אפגעטיילט פון דער ישיבה איז ער נתמנה געווארן ראש ישיבה במקומו מיטן שטיץ פון הרב ישראל דוד שלעזינגער, א תלמיד מובהק פונעם ראש ישיבה רבי יצחק דוב קאפלמאן זצוק״ל.