די נינטענדא 64 אדער N64 (ענגליש: Nintendo 64) איז געווען די דריטע ווידעא שפיל קאנסאל באפרייט דורך נינטענדא. זי איז באפרייט געווארן אין 1996 און איז געווען פלאנירט צו קאנקורירן מיט די סאני פלייסטיישן און סעגא סאטורן. די נינטענדא 64 איז געווען נינטענדא'ס ערשטע קאנסאל געמאכט פאר דריי דימענסיעדיקע גראפיק. זי נוצט פלאסטיק קארטרידזשן אנשטאט דיסקן, וואס מאכט די שפילן לאדן זיך שנעלער. צוליב דעם זענען די שפילן געווען טייערער צו פאבריצירן. דער קאנטראלער פאר די נינטענדא 64 איז געווען אין דער פארעם פון אן "M" מיט צען קנעפלעך און א דזשויסטיק.

געהעריקע שפילן רעדאַקטירן