נחמיה גינזבורג
הרב נחמיה הלוי בירך גינזבורג פון דובראָוונע, בעלארוס (ט"ו בשבט ה'תקמ"ח - ט"ו בשבט ה'תרי"ב; 24סטן יאנואר 1788 – 5 פעברואר 1852) איז געווען א רב און א פוסק.
לעבנס־געשיכטע
רעדאַקטירןנחמיה דובראָוונער איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט סמאָליאַן אין רוסלאַנד. זיין פאטער, רבי אברהם בירך, איז געווען א חסיד פון רבי שניאור זלמן פון ליאדי, און אזוי האט ער געהאדעוועט זיין זון נחמיה.
ער האט חתונה געהאט צום ערשטן מאל מיט דער טאכטער פון ר' זלמן וועלקעס וואס האט געוואוינט אין שטעטל דובראוונע. ער האָט זיך אַריבערגעצויגן אין דובראָוונע. זי איז נפטר געווארן יונגערהייט, און דאן האט ער חתונה געהאט מיט אן אייניקל פון רבי שניאור זלמן מלידי, א טאכטער פון זיין זון רבי חיים אברהם שניאורי.
ר' נחמיה האָט במשך זײן לעבן נישט געוואָלט האָבן פּרנסה פון רבנות, און פאַר זײן פרנסה האָט ער געפירט אַ טליתים־פאַבריק, וואָס ער האָט גע׳ירש׳נט פון זײן שווער ר' זלמן. זײנע פארדינסטן זענען געװען גרויס און מ׳האט אים געהאלטן פאר א גביר.
אין זיינע שפעטערע יארן איז די געשעפט אונטערגעגאנגען און ער איז געװארן פארארעמט. זיין מחותן, הרב ברוך מרדכי עטינגער, באָברויסקער רב, האָט רעקאָמענדירט זיין קהילה אים אויפֿנעמען אלס רב ווען איז אריבער קיין ארץ ישראל, אבער ר׳ נחמיה האט אפגעזאגט.
ער איז נפטר געווארן ט״ו תרי״ב, זיין געבוירן טאג. וועגן זיין פטירה ווערט דערציילט[1]: "זיין טויט איז געווען זייער וואונדערבאַר. ער האָט געלערנט און געשריבן תשובות א גאנצע נאכט, און דאן אינדערפרי האט ער געהערט ברכו און קדושה אין זיין שטוב פון א מנין אין א צווייטן שטוב. נאכן דאווענען איז ער פלוצלונג נפטר געווארן זיע"א, וועגן זיין פטירה איז דא א וואונדערליכע מעשה.
זײן פאמיליע
רעדאַקטירןער האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט אן אייניקל פון רבי שניאור זלמן פון ליאדי .
זיינע מחותנים זענען געווען הרב דוד לוריא פון ביכאוו און הרב ברוך מרדכי עטינגער .
זיין זון הרב דובער יהודה לייב האט מחבר דאס ספר "אמונת חכמים" (ווילנע, תקנ"ב).
ווייטער לייענען
רעדאַקטירן- בית רבי חלק א' קאפיטל כ'.
- תלמוד בבלי, עוז והדר, סוף מסכת ברכות.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- שו״ת דברי נחמיה
- נומער 24 אין ספר הצאצאים, עמוד 104 און 105
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ בית רבי, חלק א, עמוד 138.