נחם
נַחֵם איז א נוסח וואס מען זאגט ביים דאווענען תשעה באב ביי מנחה, אין דער ברכה פון ולירושלים עירך.
עס פארטיגט זיך מיט די ווערטער בונה ירושלים און דעריבער האט מען עס געשטעלט ביי די ברכה פון ולירושלים.
די תפלה ווערט דערמאנט אין ירושלמי (מס' ברכות פ"ד) און די ראשונים ברענגען איהר (רי"ף ורא"ש סוף מס' תענית). ר' אחא זאגט תשעה באב דארף מען דארמענען מעין המאורע ומאי ניהו רחם ה' אלהינו עלינו ועל ישראל עמך וכו'. דער נוסח דארט איז אנדערש וואס איז ביי אונז, אונזער נוסח ווערט געברנעגט אין אנדערע ראשונים ווי דער ספר המנהיג הל' תשעה באב ח"ב סי' כ"ו.
אויך אנדערע ראשונים דערמאנען אזעלכע סארט נוסחאות ווי דער רמב"ם, רב עמרם גאון אין זיין סידור, דער מחזור וויטרי, אבודרהם, שבולי הלקט סי' רס"ז.
דער טעם פארוואס מען זאגט נישט נחם ביי דער תפלה פון שחרית נאר ביי די תפלה פון מוסף איז ווייל ביז תפלת מנחה טרייסט מען נישט, עס איז אזוי ווי מען טרייסט נישט א אבל בשעת דער טויטער ליגט פאר איהם "בשעה שמתו מוטל לפניו", אבער ביי דער ענד פונעם טאג לאזט זיך שוין טרייסטן (המנהיג).