נחום איש גמזו
נחום איש גמזו איז געווען אַ תּנא אין ערשטן יאָרהונדערט, מסתּמא פֿון דער שטאָט גמזו (דערמאָנט אין דברי הימים ב' כ״ח). אין חגיגה י״ב װערט געזאָגט, אַז זײַן תּלמיד איז געװען רבי עקיבֿא, װעלכער האָט געלערנט בײַ נחום איש גמזו 22 יאָר. אין תּענית כ״א װערט געזאָגט, אַז דעריבער האָט מען אים גערופֿן איש גמזו, װײַל אױף אַלע פּאַסירונגען, אפֿילו אױף שלעכטע, האָט ער געזאָגט "גם זו לטובה" (אױך דאָס איז צום גוטן). די גמרא דאָרט אין תּענית ברענגט ספּורים װעגן אים. פֿאַראַן אַ מײנונג אַז ער איז נחמיה העמסוני, װעלכער איז אױך געװען דער רבי פֿון רבי עקיבֿא.
געבורט |
המאה ה־1 ארץ ישראל, ישראל |
---|---|
טויט | המאה ה־2 |
פאך | רב |
קוואַלן
רעדאַקטירן- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „נחום איש גמזו” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.