נוטרים
נוטרים (וואס מיינט היטערס) איז דער נאמען פון א יידישע לעגאלע ארגאניזאציע אין ארץ ישראל וואס איז אנטוויקלט געווארן ביי די מאורעות תרצ"ו - תרצ"ט ביז ווען ס'איז געגרינדעט געווארן מדינת ישראל. זייער ציל איז געווען צו פארטיידיקן די יידישע יישובים פון די אראבישע טעראר.
די נוטרים זיינען געווען פארעכנט ווי א צוגעלייגטער חלק צו די בריטישע פאליציי, אבער אין פאקט האבן אויף זיי געהערשט די ארגאניזאציע "ההגנה" וואס האט זיי געפירט לויט ציוניסטישע אינטערעסן.