נאריש און נארישער (ענגליש: Dumb and Dumber To) איז א אמעריקאנישער 2014 קאמישער פילם, א המשך צו נאריש און נארישער.

הערי קומט באזוכן זיין פריינד לאיד קריסמעס וועלכער איז אין א פסיכיאטרישער אינסטוטוציע שוין צוואנציג יאהר. למעשה ווערט ער געוואויר אז ער האט זיך נאר געמאכט כדי צו שפיהלן אויף איהם א שפיצל.

זיי גייען באזוכן זייער הויז און דערנאך צו הערי'ס עלטערן וועלכע געבן איהם זיין פאסט וואס האט זיך אנגעזאמלט אין לויף פון די יאהרן. דארט זעהט ער א קארטל וואס א פריינדינע שיקט איהם אז זי האט געבוירן א טאכטער. זי לאזן זיך ארויס אויף א מיסיע כדי צו טרעפן די טאכטער כדי הערי זאל קענען נעמען פון איהר א ניר.

למעשה ווערן זיי אז ס'איז נישט זיין טאכטער, און הערי אנטפלעקט אז ער האט געמאכט א וויץ אויף לאיד אז ער ברויך א ניר נאר נאך וואס לאיד לאזט ארויסשניידן זיין אייגענע אוועקצוגעבן.


וועב לינקען

רעדאַקטירן