נאציאנאלע ביבליאטעק פון שוועדן
די נאציאנאלע ביבליאטעק פון שוועדן (שוועדיש: Kungliga biblioteket קונגליגאַ ביבליאטעקעט – טייטש די קעניגלעכע ביבליאטעק) זאמעלט און שפארט אלע קלאנגען, בילדער און געדרוקטן מאטעריאל וואס וועט אראריסגעגעבן אין שוועדן.
די זאמלונגען פון דער ביבליאטעק זײַנען אפן פאר אלע, אבער די טעטיקקײַט איז קודם פאר דער וועלט פון פארשער. דער מאטעריאל פון דער שוועדישער זאמלונג איז נישט דערלויבט צו ווערן געבארגט אהיים אוּּּּּּן מוז ווערן שטודירט אין דער ביבליאטעק. דאס רוב פונעם מאטעריאל איז געהאלטן אין א מאגאזין און מ'מוז אים פארויס באשטעלן.
די ביבליאטעק געפינט זיך אין צענטראלן שטאקהאלם.
די זאמלונגען
רעדאַקטירןאין די זאמלונגען פון דער ביבליאטעק זײַנען פאראן מער ווי 20 מיליאנען אביעקטן. אחוץ ביכער זײַנען פאראן אויך אפישן, בילדער, האנטשריפטן און רעקלאמדרוקערייען. די אוידאוויזועלע זאמלונג באשטייט פון מער ווי 7 מיליאנען איינגעשפילטע שעה'ען.
די ביבליאטעק פארוואלטעט פארשוינארכיוון פון צווישן אנדערע אסטריד לינדגרען, אויגוסט סטרינדבערג און דאג האמארשעלד.
פליכטצושטעלונג
רעדאַקטירןוועדליג דעם הײַנטיקן פליכטצושטעלונגגעזעץ מוז דער אויסגעבער פון געדרוקטן מאטעריאל וואס וועט צעשפרײַט ווערן איבער שוועדן איינשיקן איין עקסעמפלאר פון יעדן ווערק צו דער נאציאנאלביבליאטעק און זעקס אנדערע פארשונגסביבליאטעקן. אויסגעבער פון פילם, מוזיק, טעלעוויזיע אדער ראדיא מוזן אויף א דערגלייכן אופן שיקן קאפיעס פאר דער ביבליאטעק. אבער אין געוויסע פאלן איז דאס אבליגאטאריש פאר בלויז א טייל פון די זענדרנגען.
דער געזעץ שטאמט פון דער קאנסליארדנונג אין 1661, ווען עס איז געווארן א געזעץ, אז אלע בוכדרוקער זאלן אריינשיקן צוויי עקסעמפלארן פון יעדן שריפט וואס זיי האבן געדרוקט. איינער פון די עקסעמפלארן זאל ווערן געגעבן דעם ריקסארכיוו און דער צווייטער דער נאציאנאלביבליאטעק. דער געזעץ איז אייגענטלעך געשאפן געווארן צו קאנטראלירן דעם אפיניאן איידער צו האלטן דאקומענטן פאר דער צוקונפט.
קאאפעראציע צווישן די ביבליאטעקן
רעדאַקטירןדי נאציאנאלביבליאטעק איז פאראנטווארטלעך פאר געבן אינפארמאציע צו די העכערע אויסבילדונג און פארשונג. דאס הייסט צו פארהאנדלען צווישן אלעס וועגן צענטראלע טראקטאטן כדי צו מאכן דעם צוגאנג צו פארשיידענע דאטע–באסען לייכטער.
די ביבליאטעק קאארדינירט א צאל פון עקספערט– און קאמפעטענסגרופן וואס ארבעטן מיט ענינים בנוגע די וועלט פון ביבליאטעקן. צום ביישפיל דיגיליזאציעס, סיסטעמען פון קלאסיפיקאציע און דעם געמיינזאמען קאטאלאג ליבריס.
מע ארבעט אויך אויס אויסבילדונגען און שטיצט פראיעקטן וועלכע זיינען רעלאטירט צו ביבליאטעקן.
אינסטאנץ
רעדאַקטירןדי נאציאנאלביבליאטעק איז אן אינסטאנץ פון דער מלוכה וואס האט א אונטערשטעלוננ צו דעם אויסבילדונגסדעפארטעמענט.
פארשונגסביבליאטעק
רעדאַקטירןדי נאציאנאלביבליאטעק איז אויך א הומאניסטישע ביבליאטעק, וואס קויפט אריין פארשונגסליטעראטטור אויף פארשיידענע שפראכן.
באזוך
רעדאַקטירןדי נאציאנאלביבליאטעק ליגט אינעם פארק הומלעגארדען אין צענטראלער שטאקהאלם. די ביבליאטעק איז אפן פאר עפנטלעכגייט. ווער איז מער ווי 18 יאר אלט און קען זיך לעגיטימירן קען באשטעלן מאטעריאל פון די זאמלונגען. עס איז פאראן באזאנדערע כללים פאר פארשוינען וועלכע וווינען נישט אין שוועדן אדער האבן נישט קיין שוועדישן פערסאן־נומער.