משה ב"ר רפאל ישעיהו אזולאי

ר' משה אזולאי איז געווען א זון פון ר' רפאל ישעיהו אזולאי, א זון פון חיד"א.

ער האט געמאכט א ספר פון אלע פסקים פון זיין גרויסן זיידן דעם חיד"א; ער האט עס צוזאמענגענומען פון אלע חיד"א ספרים פון זיינע פסקים אויף שו"ע און פון זיינע תשובות. דער ספר הייסט זכרון משה דריי בענדער געדרוקט אין ליווארנא שנת ה'תק"ץ.