רבי משה אברהם אייזענבערגער (1823 פראנקפורט - 31 יאנואר 1890 קאראס) איז געווען רב און א מורה הוראה אין קאראס (אונגארן), צווישן 1850 און 1890.


לעבנס געשיכטע

רעדאַקטירן

רבי משה אברהם אייזענבערגער איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאט פראנקפורט, דייטשלאנד, צו זיין פאטער דב-בעריש אייזענבערגר און זיין מוטער בבא (געב' ראפאפורט). ער האט געהאט איין ברודער (יצחק מענדל) און צוויי שוועסטער (שיינדל און מרים). אלס בחור פלעגט ער לערנען אין ישיבה אין פרעשבורג, און דארט איז ער געווען א תלמיד פון דעם חתם סופר.

ער האט פארהייראט זיין פרוי, רבקה (געב' עלעפאנט), און זיי האבן געהאט 6 קינדער: גרשון, יצחק, חנה-איידל, גיטל, רייזל און באווא. זיין ווייב, רבקה, איז געווען אַ געשעפט פרוי. בערך אין תר"י (1850) ער איז געווארן רב אין קאראס, אונגארן, וואו ער האט געהאלטן דאס רבנות פערציק יאר (צווישן 1850 און 1890), בחינם אן אפצאל.‏[1]

אויף זיין מצבה איז געווען אויסגעקריצט:‏[2]


פ"נ

איש ירא שמים

טהר לב נקי כפים

חייו הקדיש לתורת ה'

הורה צדק לעדתו כל

ימיו ה"ה הרב הצדיק העני[ו]

חכמתו האירה פניו כשר[?]

מו"ה משה אברהם

בן מו"ה דוב ז"ל נפטר בש"ט

עש"ק י' שבט שנת

משה אברהם בן בבא לפ"ק

תנצב"ה

זיין איידעם איז געווען הרב דב בעריש עלעפאנט.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. ספר עין הבדולח: חידושים על סוגיות הש"ס, ניו יורק: הרב זכריהו עלעפאנט, תש"ד, בלאט 4: "...אבי זקני הרב משה אברהם עלעפאנט אייזענבערגער זצ"ל, שהיה דודו... והיה מתלמידי מרן הגאון חתם סופר, ומורה הוראה בעדתו עיר קאראס ארבעים שנה והיה יושב אהלים באהלה של תורה ולא מש התורה מפיו יומם ולילה...".
  2. זעט א בילד פון זיין מצבה, און א בילד פון זיין וייב'ס מצבה אויף דעם geni וועבזייטל.