מרדכי רוקח

בילגורייער רב

הרב מרדכי רוקח (ה'תרס"א, 1901 - כ"ה חשוון ה'תש"י, 17 נאוועמבער 1949) איז געווען דער בילגארייער רב. ער איז דער פאטער פון דעם היינטיקן בעלזער רב, הרב ישכר דב רוקח.

מרדכי רוקח
געבורט 1901
ה'תרס"א
בעלז, אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 17 נאוועמבער 1949 (אלט 48 בערך)
כ"ה חשוון ה'תש"י
תל אביב-יפו, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט אלטע בית עולם פון טבריה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

געבוירן אין דער שטאט בעלז צו זיין פאטער רבי ישכר דוב רוקח, דער דריטער בעלזער רב, און צו זיין מוטער חיה דבורה, אן אייניקל פון רבי מרדכי גאלדמאן פון זוועהיל. ער איז געווען שטאט׳ס רב פון בילגאריי, פוילן, פון תרפ"ו ער ביז דעם אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה.