מעלווין באראש איז א ריכטער אין ברוקלין וואס איז באקאנט געווארן צוליב דעם וואס ער האט געראטעוועעט סאטמאר לויט די זאליס, און צוטיילט סאטמאר לויט די ארוניס.

ער האט געאורטיילט פאר די זאליס קעגן די ארונים. און צוליב דעם איז ראדני שול מיט אלע סאטמערע נכסים פון וויליאמסבורג אין ווערט פון 339 מיליאן דאלער[1] געגאנגן אונערן בעלות פאר ר' זלמן לייב טייטלבוים די אינגערער ברודער.[2]

איינער פון זיינע הויפט ארגומענטן איז געווען אז דער פרייער גוי'אישער געריכט האט נישט וואס אריינרעדן און אז דאס הנהגה פון ר' זלמן לייב'ס מעטשן זענען צוליב דאס ווילן פון די פריערדיגע סאטמאר רבי דער ברך משה און בלויז ער קען דעצעדירן און אפמאכן אין עניני הנהגה.[1]

אן אנדער ריכטער, מר' סטוארט ראזענוואסער פון אראנזש קאונטי געריכט האט אבער זיך געקריגט מיט אים און געזאגט אז סאיז נישטא קיין געהעריגע באווייזן אז דער ברך משה האט געווארפן ר' בערל פרידמאן דער ארוני ראש הקהל און געגעבן דערמיט די פירערשאפט פאר די זאליס. אויך האט דזשאסטיס סטוארט זיך שטארק געקריגט מיט באראש'ס מיינונג אז די געריכטן טארן זיך נישט מישן און א פאל פון גניבה. - וויבאלד אבער באראש איז א ברוקלין געריכט האט די פאליציי אנגענומען באראש'ס מיינונג ענדערשטער ווי ראזענוואסער'ס.

דער קעיס איז עווענטואל געווארן אפיעלט דורך די ארונים מיט די טענה אז באראש קען נישט שטיין פון דער זייט און זאגן אז די סעקולארע געריכטן קענען זיך נישט אריינמישן בשעת ווען די אידישע גזלנים באראבעווען זיי פון אזויפיל ווערט נכסים. די סופרים קארט האט אבער געזאגט כמעט די זעלבער זאך אין די ענדע אז באראש איז געווען גערעכט מיט דעם אז די גוי'אישע געריכטן קענען זיך נישט מישן אין אנגעלעגנהייט פון א אידישע קהילה, וואס האבן זיך זייער אייגן תורה פירונג און רבנים.

די ארוניס טענה'ען נאכאלטס אז באראש האט נישט געמיינט דאס צו געבן פאר די זאליס נאר געשריבן אז די זאליס זענען סטאטוס קווא און זיי פארבלייבן דערמיט אבער קריגן און זענען מערער אז די זאליס זענען לעגאל נישט סטאטוס קווא און דאס אז זיי זענען דארטן אינעווייניג מאכט זיי פאר פשוטע גזלנים. זיי בעטן פון יעדן חתונה אין די דאזיגע בנינים געלט, אבער מ'געט זיי נישט. נאר פאר די ריכטיגע בעלי בתים פאר די אויגן דאס הייסט די זאליס.

און זיין פסק האט ער זייער מיאוס ארפאגעריסן געוויסע עלעמענטן אן קיין נאמען און געוויינט אז זיי האבן אים שטארק טעראריזירט פערזענליך און נאכאנאנד געטשעפעט. ער האט אפילו געבעטן די העכערער ריכטער זאלן מאכן א קרימינאלע אינוועסטיגאציע וואס איז נישט נאכגעגעבן געווארן.[2] ער האט אויך שטארק אריינגעפליקט די ארונים אז זייער הויפט עסקן איז גאר א קאריערע קרימינאל מיינענדיג דערמיט דעם פרעזידענט פון דער בלאט ר' יאסי בראך וואס איז געווען דער אריינטראגער פון דעם קעיס אין גוי'אישן געריכט.[3] און האט גאר אויפגעטרעטן פאר די גוים אלס אן עקספערט אין די אידישע רעליגיע און סאטמארע מנהגים פארטרעטענדיג די צד פון די ארונים[4] באראש האט זיך אפגערעדט אז דער בראך האט נאכאנאנד פארשפרייט שקרים אז ער האט גענומען שוחד פון די זאליס דורכאויס די קעיס פאר די פרעסע.[4]

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. a b ניו יארק סאן, archived from the original on 2007-12-09, https://web.archive.org/web/20071209020256/http://www.nysun.com/article/29556, דערגרייכט 2008-01-31 
  2. a b ניו יארק טיימס, אקטאבער 23, 2004
  3. ניו יארק סאן
  4. a b וואשינגטאן פאסט