מסטיסלאוו ראסטראפאוויטש

מסטיסלאַוו לעאָפּאָלדאָוויטש ראָסטראָפּאָוויטש (רוסיש: Мстисла́в Леопо́льдович Ростропо́вич, [rəstrɐˈpɔvʲɪtɕ];‏ 27סטן מערץ 1927 - 27סטן אפריל 2007) איז געווען אַ רוסישער טשעליסט און דיריגענט. ער איז געווען געהייראַט צו דער סאָפּראַנאָ גאַלינאַ ווישנעווסקאַיאַ. מ'האט אים געהאַלטן פֿאַר דעם גרעסטן טשעליסט אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט און איינעם פֿון די גרעסטע טשעליסטן אין דער געשיכטע פֿון מוזיק.

מסטיסלאוו ראסטראפאוויטש
Мстислав Ростропович
געבורט 27 מערץ 1927
באקו רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 27 אפריל 2007 (אלט 80)
מאסקווע, רוסלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה סאוועטן פארבאנד, רוסלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט נאוואדעוויטשי צווינטער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
מסטיסלאַוו ראָסטראָפּאָוויטש שפּילט אַ טשעלאָ אין 1978.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ראָסטראָפּאָוויטש איז געבוירן געוואָרן דעם 27סטן מערץ 1927 אין באַקו, אַזערבײַדזשאַן (דעמאָלט אַ טייל פֿונעם סאָוועטן–פֿאַרבאַנד) אין אַ מוזיקאַלישער פֿאַמיליע. זײַן פֿאָטער האָט געשפּילט טשעלאָ און זײַן מוטער — פיאַנע.

אין 1956 האָט מען אים באַשטימט אַ פּראָפֿעסאָר אין דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע.

אין 1968 האָט ער אָנגעהויבן דיריגירן.