מסטיסלאוו ראסטראפאוויטש
מסטיסלאַוו לעאָפּאָלדאָוויטש ראָסטראָפּאָוויטש (רוסיש: Мстисла́в Леопо́льдович Ростропо́вич, [rəstrɐˈpɔvʲɪtɕ]; 27סטן מערץ 1927 - 27סטן אפריל 2007) איז געווען אַ רוסישער טשעליסט און דיריגענט. ער איז געווען געהייראַט צו דער סאָפּראַנאָ גאַלינאַ ווישנעווסקאַיאַ. מ'האט אים געהאַלטן פֿאַר דעם גרעסטן טשעליסט אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט און איינעם פֿון די גרעסטע טשעליסטן אין דער געשיכטע פֿון מוזיק.
געבורט |
27 מערץ 1927 באקו, Q131337, סאוועטן פארבאנד |
---|---|
טויט |
27 אפריל 2007 (אלט 80) מאסקווע, רוסלאנד |
מדינה | סאוועטן פארבאנד, רוסלאנד |
קבורה ארט | נאוואדעוויטשי צווינטער |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןראָסטראָפּאָוויטש איז געבוירן געוואָרן דעם 27סטן מערץ 1927 אין באַקו, אַזערבײַדזשאַן (דעמאָלט אַ טייל פֿונעם סאָוועטן–פֿאַרבאַנד) אין אַ מוזיקאַלישער פֿאַמיליע. זײַן פֿאָטער האָט געשפּילט טשעלאָ און זײַן מוטער — פיאַנע.
אין 1956 האָט מען אים באַשטימט אַ פּראָפֿעסאָר אין דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע.
אין 1968 האָט ער אָנגעהויבן דיריגירן.