הרב יצחק מנחם מענדל גערליץ (ב' אב תש"ב – ג' אדר ב' תשפ"ב) מנהל פון מכון אורייתא איז געווען א חרדישער שריפטשטעלער, זיין ווערק רעכנט אריין קינדער און יוגנט ליטעראַטור און ביכער וועגן געאָגראַפיע, רעדאַקטאָר, צונויפשטעלער און אַרויסגעבער פון תורה ליטעראַטור. זײנע ביכער באַהאַנדלען די געשיכטע פון חכמי ישראל במשך הדורות און די געשיכטע פונעם אַלטן ישוב אין ירושלים, פון אַ חרדישן שטאַנדפּונקט. אויך באקאנט מיטן פען נאמען מנחם געץ.