מיישא
מיישא (אונגאַריש: Kiskunmajsa קישקונמיישא) איז א שטעטל אין דעם קיש געביט, אונגארן, 19 ק"מ צפון-מזרח פון האלאש און 37 ק"מ דרום-מזרח פון קישקעריש.
www |
אין יאר תר"ם האבן געוואוינט דארט 132 יידן, אין יאר תש"א 138.
בשעת'ן קריג איז דארטן געווען רב הרב אליעזר ישראל מרדכי אפרים פישל סופר הי"ד, א זון פון הרב אברהם יעקב סופר אבד"ק טעטה, ביים קריג זענען רוב פון זיינע קינדער אומגעקומען אין אוישוויץ.
בשעת דער נאצי שלאנג איז דארטן אריינגעקומען האבן דארטן געוואוינט דרייסיג משפחות.