מיט א פריילעך פנים איז א יודיש בוך פונעם באריהמטן שרייבער סעם ליפצין, אויך באקאנט מיטן צונאמען אנקל סעם, ערשינען אין 1963 לכבוד זיין זיבעציג'סטער געבוירנטאהג דורך די יידיש בוך פארלאג פון ווארשע.

אינהאלט רעדאַקטירן

צום ערשט איז פארהאן דריי זייטן פרענומעראנטן פון יודן און יודיש-קלאבס לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן, דערנאך איז דא א קורצער פאהרווארט פון ד. ספרד דער רעדאקטאר פונעם בוך און דערנאך שרייבט דער שרייבער א קורצער פאהרווארט אונטערן קעפל א ווארעמען האנטדרוק און א דאנק!.

דער בוך זעלבסט:

  • נעכטיקע טעג, ניינצן קורצע עפיזאדן פון די קינדער-יאהרן - בעיקר שטיפערייען און שפיצלעך וואס ער האט אפגעטוהן ביי זיך אינדערהיים אינעם שטעהטל אין אייראפע.
  • מיט א פריילעך פנים, דרייצן דערציילונגען און מעשהלעך, הומארעסקע'ס און מאנאלאגן.
  • אפאריזמען, עפיגראמען, גלייכווערטלעך און סתם וויצן - עטלעכע הונדערט קורצע ווערטלעך
  • קורצע אויסצוגן פון ארטיקלען, וואס קריטיקער און שרייבער האבן געזאגט וועגן סעם ליפצינס ביכער
  • אינהאלט
  • ביכער פונעם זעלבן מחבר

בס"ה באשטייט דער בוך פון 236 בלעטער.

וועב לינקען רעדאַקטירן