מוראשקע
די מוראַשקעס זענען אַן אינסעקט גרופּע, פֿאַרבינדט מיט װעספּן און בינען. די מוראַשקעס לעבן אין געזעלשאַפֿטן און האָבן אַ באַשטימטע סאָציאַלע סטרוקטור. דער ראש פֿון דער מוראַשקע־מלוכה איז די מלכּה און זי איז אױך די גרעסטע אין דער מלוכה. די מלכּה איז דאָס װײַבל און לײגט אײַער. די מוראַשקעס װאָס מען זעט די אַרבעטערינס און האָבן די אחריות פֿאַר דער דערגרײכונג פֿון עסנװאַרג פֿאַר דער קעניגין און פֿאַר די לאַרװן. די פֿליגלען געפֿינט מען בײַ מוראַשקעס נאָר אין זכרים און יונגע מלכּות.
מוראַשקעס | ||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
Formica rufa, אַ מוראַשקע
| ||||||||||||
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע | ||||||||||||
|
מוראַשקעס געפינען זיך איבער דער גאָרער װעלט אחוץ אנטארקטיקע, איסלאנד, גרינלאנד און עטלעכע אַנדערע אינזלען.
מוראַשקעס לײַדן פֿון עטלעכע בעלי־חיים װאָס באַפֿאַלן זײ. צװישן זײ איז דאָ אַ גרופּע פֿון רױב־חיות װאָס װױנען צוזאַמען מיט מוראַשקעס און זען אױס װי זײ (דורך מימיקריע) אָבער זײ באַפֿאַלן די מוראַשקעס.