מוסטער רעדן:נייער ארטיקל
חסידות ליאון
רעדאַקטירןהגהצ רבי חיים יושע הלוי גאלד שליטא אבדקק ליאון איז א זוהן פין הרב החסיד בנשק רבי יעקב שמשון מרדכי הלוי גאלד שליטא משפטיווקא בן הגהצ מרן בעל חזון ישעי' מליאון זצוקל ער האט געלערנט אין די סאטמערע מוסדות אין וויליאמסבורג טבת תשנ איז ער אריין לעוהתוהמצ בימי בחרותו האט ער געלערנט ביי הגהצ רבי משה מנחם טירנויער זצל דומץ סאטמאר מאנטריאל ביי וועם ער איז געווען מוראדיג חביב זומער שנת תשנה איז ער אריין לערנען אין די מתיבתא הק' אין קי יענעם זומער האט ער געגעסן יעדן שבת פריוואט מיט מורו ורבו מרן הרהק בעל ברך משה מסאטמאר זצל ביי וועם ער האט גענאסן א זעלטנעם חביבות ווי אויך האט ער אסאך געלערנט בחברותא מיט אים טו בשבט שנת תשנו האט ער חתונה געהאט מיט א טאכטער פון הרהג רבי שמואל הכהן פריעדמאן שליטא נאך די חתונה האט ער געלערנט אינעם סאטמערן כולל אין קי בשנת תשס האט ער זיך געצויגן קיין ווילימסבורג ווי ער האט פאר יארן לאנג געדינט אלץ דומץ קהל אור שלום זלאטשוב ווי אויך האט ער דארט אנגעפירט א שיינעם כולל איון פארגעלערנט שיעורים פאר בעלי בתים און געהארעוועט דארט אין די תוהק מן אשמורת הבוקר און מסיים געווען כמה פעמים שס און רוב ד' חלקי שוע בשנת תשעז ווען די חסידישע געגנטער האבן אנגעהויבן צי בליען האבן די תושבי שכינת אוק מעדויס פארבעטן דעם רב צו קומען אויפשטעלן א הויף דארטן חודש סיון שנת תשעח איז פארגעקומען די גרויסע מעמד הנחת אבן הפינה אויפן גרויסן שטח הבניה און חודש אלול שנת תשעט האט זיך די רב ארויסגעצויגן קיין לעיקוואד בליץ שנעל האט זיך די גרויסע אור פארשפרייט און פון אלע ארומיגע געגנטער האט מען אנגעהויבן אהין שטראמען מיט צוהאלטן די דערהויבענע תפילות און טישן און די הערליכע שיעורים בפרט אין די ימים טובים ווען אידן קומען צי גיין לאנגע שטרעקעס מיט צוהאלטן די לעכטיגע תפילות וועלכע פארציען זיך לענגערע שעות די לעצטערע יארן איז געגרינדעט געווארן די מכון לשון זהב וועלכע גיט זיך אפ מיטן שרייבן די תורות פונעם רב וועלכע ערשיינט אין די גליונות וואס קומען ארויס מידי שבוע בשבוע ווי אויך מיטן דרוקן די רב'ס ספרים חזון חיים וועלכע איז געבויט על דרך אבותיו הק' לבית סיגוט אין וועלכע די רב איז אדוק ומקושר ווי אויך פארמאגט די קהילה א צדקה קאסע ארויס צוהעלפן די חברי הקהילה בעת שמחתם און ימים טובים עס ווערט געפירט דורך אפאר חשובע עסקנים ר' הערש בער נומאן ר' משה מייזלס און ר' אברהם ווינבערגער ובפיקוח פונעם רב שלום זילבער (רעדן) 21:42, 14 יולי 2024 (UTC)
- די קינדער פונעם רב זענען
- בנו בכורו הגהצ רבי יחיאל שלמה שליטא (חתן כק אדמור מוויען בפ שליטא בן כק אדמור מוויען פלעטבוש זצל חתן הגהצ אבדק סוליצא זצל) וחתניו הגהצ פרץ ראטה שליטא (בן הגהצ אבדקק האמאראד שליטא בן כק גאבד קארלסבורג זצל וחתן הגהצ אבד אבני שלמה זצל) הרהג יוסף צבי איליאוויטש שליטא ( בן הגהצ משה יחיאל בן הגהצ אבדקק יעמרינג שליטא וחתן כק הגהצ ר' לייבוש טויב מקאלוב זצל) הרהג יצחק אייזיק ראטה שליטא (בן הגהצ אבדקק עמק התשובה שליטא בן כק גאבד קארלסבורג זצל) הרהג בן ציון מאיער שליטא (בן הגהצ מנשה שליטא בן הג' ר'יי בית בנימין סטעמפארד זצ'ל וחתן כק אדמור מנאדבורנא שליטא) שלום זילבער (רעדן) 21:54, 14 יולי 2024 (UTC)