מגן אבות שול
שול אין סינגאפור
די מגן אבות שול איז א שול אין סינגאפור, פלאצירט אויף וואטערלו גאס אין דעם ראכאר שטח, אין דעם צענטראל־טייל פון סינגאפור׳ס צענטראל האנדל דיסטריקט.
www |
קאארדינאטן: 1°17′53.5″N 103°51′2.3″E / 1.298194°N 103.850639°E
די שול האט א מקוה און איז נאך ביז היינט דער צענטער פון דער יודישער געמיינדע מיט טעגליכע מנינים, שיעורי תורה און א גרויסע באטייליגונג ביי די תפילות שבת.
מנשה מייער האט געבויעט די מגן אבות שול אין 1878, און זי איז די עלטסטע שול אין דרום־מזרח אזיע.