מבאר רבותינו
מבאר רבותינו איז א תורה בלעטל ארויסגעגעבן דורך הרב חיים אליהו פאללאק, מח"ס "מבאר השבת", אונטערן נאמען פון קהל אפסי ארץ ד'נאנאש.
הגם עס איז פון די איינציגסטע גליונות וואס האלטן זיך נאך צום אלטמאדישן שטייגער, און איז געדרוקט שווארץ אויף ווייס, ציט עס צו זיך פילצאליגע היימישע ליינער, צוליב די פילע אינהאלטסרייכע מאמרים וואס עס פארמאגט.
די שענסטע מדור איז באקאנט אלס "מבאר השבת", מלוקט און צוזאמגענומען אלץ וואס שייך דעם הייליגן שבת, אנגעהויבן פון הכנה צום שבת, און יעצט האלט עס ערגעץ אינמיטען די זמירות פון פרייטאג צו נאכטס. עס איז שוין ארויסגעקומען פאראיאר א הערליכע באנד "מבאר השבת" שיין אויפגעזעצט און איבערבאארבעט די מאמרים אויף שבת.
אויך איז דא וועכענטליך א מאמר אויף א יארצייט פון א צדיק וואס געפאלט אויס די קומענדיגע וואך, וואס פון דעם איז אויך ארויסקומען א ספר, און נאך א אינטערסאנטע מדור איז "נפלאות מתורתיך", וואס דארף אויפציווייזן אז אלע נייע ערפינדונגען און היינטיגע חכמות געפונט מען שוין באמת אין דברי חז"ל, פילע לויבן אויס דעם מאמר, אבער רעדן זיך אפ אז נישט אלץ פארשטייט וואס ער שרייבט דארט, אבער אנדערע קריטיקירן עס אלץ נאריש און נאאיוו, און מאכן עס אינגאנצען אוועק.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- אשכול אויף חדשות אנש אנאליזירנדיג די גליון (ארכיווירט 10.03.2007 ביי דער Wayback Machine)