מאנגעשלאק האלבאינדזל
דער מאַנגעשלאַק האלבאינדזל (קאזאכיש: Маңғыстау түбегі) איז א האלבאינדזל אויף דער מזרח-זייט פון קאספישן ים אין קאזאכסטאן. אויף דער צפון-זייט פון דער מאנגעשלאק האלבאינדזל איז דער בוזאטשי האלבאינדזל, ארום וועלכער די מאנגעשלאק, טויטער קופטיק און קאידאק איינגאסן זענען מסובב. אויף דער מערב-זייט קומט ארויס דער טיוב-קאראגאן האלבאינדזל, און אויף דרום-זייט פון מאנגעשלאק האלבאינדזל איז קאזאכיש איינגאס געפונען. דער האלבאינדזל גפינט זיך אינעם מאנגיסטאווער אבלאסט פון קאזאכסטאן.