מאיר פרעמישלאנער

פירער פון חסידים
(אַריבערגעפֿירט פון מאירל פרעמישלאנער)
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם דריטן פרעמישלאנער רבי. טאמער זוכט איר דעם גרינדער פון דעם פרעמישלאנער הויף, זעט מאיר (הגדול) פון פרעמישלאן.
מאיר פרעמישלאנער
פטירה כ"ט אייר תר"י
פרעמישלאן
חסידות פרעמישלאן
נומער אין דינאסטיע 3
פאריגער אהרן אריה לייב פון פרעמישלאן
פאטער רבי אהרן לייב
ווייב שלאמצע מייזלס
קינדער צבי
פינף טעכטער

רבי מאיר פרעמישלאנער (תק"מ, 1780 (טייל זאָגן תקמ"ג, 1783) - כ"ט אייר תר"י, 1850) איז געווען איינער פון די גרעסטע פירער פון חסידות און א גרויסער בעל מופת. ער איז געווען אן אייניקל פון רבי מאיר הגדול פון פרעמישלאן וואס איז געווען איינער פון די תּלמידי בעל שם טוב.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן צו רבי אהרן אריה לייב, א זון פון רבי מאיר הגדול פון פרעמישלאן, און יענטא. פון זיין יוגנט איז ער געווען פאַרנומען מיט דער מצוה פון צדקה און זאָרגן פאַר די אָרעמעלייט. ביזן סוף פון זיין לעבן האָט מען אים גערופן "ר' מאיר'ל".

נאָך דער פטירה פון זיין פאָטער אין תקע"ג, איז ער געווארן זיין ממלא אין דער רביסטעווע. ער איז געווען א תלמיד פון רבי מרדכי פון קרעמניץ, דער זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשעוו, און ער האט זיך אויך געווייקט ביי דעם חוזה פון לובלין.

ער איז געווען באַוואוסט ווי אַ גאנץ פּשוטער און א באשיידענער, אַ בעל צדקה וואס האט געשטיצט נויטבאדערפֿטיקער. ער איז געווען אויך באַוואוסט פאר זיין ספּעציעלן אהבת ישראל.

עס ווערט געברעגט וועגן אים הונדערטער מעשיות פון מופתים, רוח הקודש און אהבת ישראל.

זיין תורה און דערציילונגען וועגן אים זענען געשריבן געוואָרן אין "אור המאיר", "דברי מאיר" און "מרגניתא דרבי מאיר".

ער איז נסתלק געווארן כ"ט אייר שנת תר"י, און מקום מנוחת קדשו איז אין פרעמישלאן.

זיין משפּחה

רעדאַקטירן

ער האט חתונה געהאט מיט שלאמצא, דער טאכטער פון ר' צבי מייזלס פון פאדהייץ,‏[1] וואס האט אים געבוירן א זון און פינף טעכטער:

  • רַב צבי.
  • רוחמה - רחל - ווייב פון רבי יוסף פון לאשקאוויץ אן אייניקל פונעם יושר דברי אמת . (נפטר ח' טבת תרי"ח).
  • פּרומעט רחל - ווייב פון רבי יחיאל מיכל מאָשקאָוויטש פון גלינע (נפטר כ"ו כסלו, תרכ"ז).
  • אסתר צינא - ווייב פון רבי צבי פרענקל פון סאדילקאוו (נפטר ב' טבת תרט"ז).
  • חנה - ווייב פון רבי חיים אברהם רעדליך פון מיקאלאיעוו (נפטר י"ח ניסן תרל"א).
  • מרים - חיה - ווייב פון רבי יואל מאשקאוויטש פון שאץ (נפטר י"ג ניסן תרמ"ו).

ער איז געווען א ברודער פון:

  • רבי יצחק לייפער פֿון קאַלוש (תק"ל - ו' שבט ת"ר).
  • זיסל - ווייב פון ר' שלמה רעדליך פון מיקאלאיעוו.
  • הרב דוב בער לייפער פון ברעזשאן .
  • רבי יחיאל מיכל לייפער פון קאמארנא (נפטר ט' ניסן, תקצ"ג).
  1. שוועסטער־קינד פון רבי חיים טשערנאוויצער.