ליסטע פון אונגערישע ווערטער אין יידיש
מערסטנס פון די ווערטער זענען נישט ברייט פארשפרייט אין אלע דיאלעקטן פון יידיש, וויבאלד די אונגערישע יודן האבן נישט געהאט אזויפיל יודיש שרײַבער און דיכטער - איבערהויפט אין פארגלייך מיט פוילן און רוסלאנד.
למעשה היות רוב אקטיווע יידיש־רעדער זענען הײַנט צו טאג פון אונגערישן אפשטאם,[פֿעלט אַ מקור] נעמלעך חסידים, קומט אויס אז די ווערטער ווערן מער און מער פאַרשפּרייט, באניצט אדער עכ"פ פארשטאנען בײַ מערסטע הײַנטיגע יודיש-רעדער פון געבורט. און צעביסלעך ווערט עס אויך פארשפרייט בײַ די אנדערע חסידים וואס זענען נישט יוצאי אונגארן.
- באַטשי = מיסטער ("פעטער" אין ווערטערלעכן אפּטייטש. ווערט געניצט פאר א מכובדיגער באלעבאהס\ראה"ק)
- בודזשי = אונטער-הויז
- בונדאַש - bundás = ברויט געפּרעגלט אין אייער (פראנצויזישע פּענעץ)
- דזשינדזשי = געהלער
- טשאָלאָמאַדי = א גרינצייג-סאלאט (אין יודיש סלענג געניצט ווי "מיש-מאַש")
- טשילאר = הענגלייכטער
- נעיני = מומע
- פּאָנדזשעלאָו = שטוב-קלייד
- קאָטשעניו = פארגליווערטער פיש-זאַפט
- קאָנטשאָו = קריגל
- ראָפּאָגאָש - ropogós = כראָמטשעדיג\קריספּי
- מאָוקאָש - Mókus = וועווערקע
- פאלאטשינטא = בלינצעס
- פאָּפּוטש - Papucs = שטעק-שיך\סאַנדאַלן.
- פּוּסי - puszi = (מען ניצט דאס געווענטלעך פאר א פּלוּטאַנישער קיש צו\פון פריינט און פאמיליע, נישט אויס סעקסועלע ליעבע)
- טשאבאש = דיקליך
- טשינאָש - csinos = שײן (גענוצט אױף אַ מענטש געװײנטלעך)