ליכט-יאר
א ליכט־יאר איז א מאס פון לענג וואס אסטראנאמען ניצן צו מעסטן די ווייטקייט פון די שטערן. עס איז אזוי לאנג ווי עס דויערט פאר ליכט צו פארן איין יאר, וואס איז בערך 5,879,000,000,000 מייל לאנג.
לויט דער גיך פון ליכט אין א וואקיום, וואס איז 299,792,458 מעטער א סעקונדע, איז א ליכט יאר גלייך צו:
- 9,460,730,472,580.8 קילאמעטער (וואס אעז אומגעפער 1016 מעטער)
- 5,878,625,373,183.61 מייל
- 63,241.077 אסטראנאמישע איינסן (אפטמאל ניצט מען 63,240 אסטראנאמישע איינסן)
- 0.306601394 פארסעק