ליכט (לעמפל)
(אַריבערגעפֿירט פון ליכטל)
א ליכט אדער לעמפל איז א מיטל צו שאפן ליכטיקייט. פאר דער ערפינדונג פון עלעקטריע איז א ליכט געווען כמעט דער איינציגער וועג צו זען ביינאכט. א ליכט דארף האבן ברענשטאף וואס קען זיין פליסיג אדער וואקס און א קנויט. ווען מען צינדט אן דעם קנויט ציט ער דעם ברענשטאף און ברענט.
יידישקייט
רעדאַקטירןביי יידן צינדט מען ליכט:
אין דעם בית המקדש פלעג מען צינדן יעדן טאג די מנורה מיט איילבירטן אויל.
וואקסענע ליכט איז שוין אן אור אלטער מנהג צו צינדן ביי אידישע צערעמאניעס, צ.ב.ש. הבדלות ביי א חתונה, הבדלות מוצאי שבת קודש, יארצייט ליכט, און אפילו סתם א שבת בעפאר עס איז ארויסגעקומען די פאראפין וואס דעמאלטס איז דאס געווען דער איינציגער באנוצבארער כשר'ע ליכט וואס איז געווען אין עקזיסטענץ.