ליהיא לאפיד

ישראלישע זשורנאליסטקע

ליהיא חיה לאפיד (געבוירן 12טן מיי 1968) איז א ישראלישע זשורנאליסטקע, סאציאל אקטיוויסט און מחבר, ווייב פון יאיר לפיד.

ליהיא לאפיד
ליהיא לפיד
ליהיא מאן
געבורט 12 מאי 1968 (אלט 56)
ערד, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל
מאן יאיר לאפיד
lihilapid.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגארפיע

רעדאַקטירן

זי איז געבוירן געווארן אין עַרַד מיטן נאמען ליהיא מאַן, צו תלמה און רפאל (רפי) מאן, אן אייניקל פון רבי משה אביגדור עמיאל. אין דער עלטער פון 9 יאר איז זי אריבערגעצויגן פון ערד מיט איר פאמיליע צו רמת השרון וואו אירע עלטערן פארמאגן א קראָם פאר האנדקראפט און יודאיקא. זי האָט געלערנט מיט טעלמא יעלין פּלאַסטיק-קונסטן, פאָטאָגראַפיע אין קאמערא אבסקורא.