לודוויג וואן בעטהאוון

(אַריבערגעפֿירט פון לודוויג וואן בעטהאווען)

לודוויג וואַן בעטהאָווען (16טן דעצעמבער 177026סטן מערץ 1827) איז געווען א דײַטשער קאָמפּאָזיטאָר און פּיאניסט, פון די גרעסטע ריזן אין קלאסישער מוזיק.

לודוויג וואן בעטהאוון
Ludwig van Beethoven
געבורט 16 דעצעמבער 1770
באן, Q7904317, הייליגע רוימישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 26 מערץ 1827 (אלט 56)
וויען, עסטרייכער אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך קאמפאזיטאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.beethoven.de
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

בעטהאָווען איז געבוירן געוואָרן דעצעמבער 1770 אין באָן, פּרינציפאליטעט פון קעלן (הײַנט דײַטשלאנד).

ער האָט פארפאסט די אָפּערע ’’פידעליאָ’’, נײַן סימפאָניעס, 16 סטרונע–קווארטעטן, 32 פּיאנע–סאָנאטעס, פינף פּיאנע-קאָנטשערטאָס, א פידל–קאָנטשערטאָ און פיל אנדערע ווערק.

די נײַנטע סימפאניע איז א כאָרעל–סימפאָניע, זי האָט געמאכט א רעוואָלוציע אין דער וועלט פון קלאסישער מוזיק און איז פאררעכנט אלס דאָס אממערסטן גראנדיעז קלאסיש ווערק, וואָס איז ווען אמאָל פערפאסט געוואָרן אויף דער וועלט.

זײַענדיק 26 יאָר אלט, האָט בעטהאָווען אָנגעהויבן פארלירן זײַן געהער. כדי צו הערן וואָס ער קאָמפּאָזירט, האָט ער געמוזט זיך אראָפּלייגן אויף דער ערד, און הערן די וויבראציעס פון דער פּיאנע, אז ער זאָל וויסן וועלכע נאָטן ער שפּילט. אין יענע צײַטן איז געווען שווער זיך צו באטייליקן אין דער חברה פאר א טויבן מענטשן. וויבאלד בעטהאָווען האָט געארבעט אליין, שרײַבנדיק זײַנע קאָמפּאָזיציעס, האָט ער געדאנזשעט צו באהאלטן זײַן דעפעקטיווקייט פון אנדערע מענטשן.

בעטהאָווען איז געשטאָרבן דעם 26סטן מערץ 1827 אין וויען.