דאס ספר כרם יהושע, פֿארפֿאסט פֿון רבי יהושע כהן פון מאנסי, איז ארויסגעקומען אום ר"ח כסליו תשנ"ד געדרוקט אין דעם גרויס ברידער דרוקעריי.

רבי יהושע איז באקאנט אלס איינער וועלכע חזר'ט אסאך און קען גאנץ ש"ס אויסעווייניג. אין דעם ספר שרייבט ער אופנים ווי אזוי ס'איז כדאי צו לערנען אז מען זאל געדענקען וואס מען לערנט, און נאך זאכן וואס איז נוגע דער לשון פון גאנץ ש"ס וכדומה.

דאס ספר אנטהאלט הונדערט ניין-און-צוואנציג זייטן, אחוץ די פרענומעראנטן.