גלח
(אַריבערגעפֿירט פון כומר)
א גלח (פריסטער אדער פאפ) איז א קריסטלעכער כהן וואס האט א גייסטלעכע שטעלע צו אנפירן רעליגיעזע פייערונגען, ווי צום ביישפיל, אויסטיילן די הייליקע ברויט, אויסצוהערן די גלויביקערס וידויים אא"וו. א גלח ווערט באפולמאכטיקט דורכן פויפסט.
ביי די קאטוילן קענען, אין אלגעמיין, נאר פרייליידיקע מענער העכער די 30 ווערן גלחים, ביי די ארטאדאקסישע קריסטן קענען אויך חתונה געהאטע ווערן גלחים, אבער זיי טארן נישט ווידער חתונה האבן נאך וואס זיי זיינען געוורן גלחים.
די גלחים גייען אנגעטאן מיט טראדיציאנאלע קליידער, שווארצע לאנגע רעקלאך און די ארטאדאקסישע גלחים אויך מיט א גרויסן קרייץ (ציילעם) אויף דער ברוסט.