מעמדות
(אַריבערגעפֿירט פון כוללות)
מעמדות, קען זיך אויסטייטשן אויף פארשידענע מיינונגען, עס איז פארהאנען די מעמדות וואס איז געווען אין בית המקדש.
אינעם חסידישער זין און היסטאריע, איז מעמדות אדער כוללות א געלט קאסע, וואס די חסידים פון א רבי, האבן פריי וויליג געשיקט דורך א אפציעלע שליח, אויסצוהאלטן דעם רבינס הויף און פאמיליע, צוליב דעם וואס די קוויטל געלט פלעגט דער רבי טיילן פאר נצרכים, איז די מעמדות געלט געווען געאייגענט בלויז פאר די געברויכן פונעם רבינס פינאנציעלע שטאנד.
די ליסטע פון די סכומים און נעמען פון חסידים, וואס פלעגן שיקן מעמדות, איז געווען פון די מערסט אפגעהיטענע זאכן אינעם רבינס ארכיוו, וואס ווערט נאך היינט געפונען אין די אלטע אוצרות פון דאקומענטן, זייענדיג דאנקבאר פאר די וואס שטיצן אפציעל דעם הויף, און פינאנצן דעם קיום און אנגיי פון דעם רבינס הנהגה.