ישראל אוימאן
פראפעסאר ישראל אוימאן (ענגליש: Robert J. Aumann; געבוירן י"ב סיון ה'תר"ץ) איז א ישראלדיקער מאטעמאטיקער, געווינער פון דעם נאבעל פריז פאר עקאנאמיק פון 2005, און עמעריטוס פראפעסאר אין דעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים. זיין עיקר פעלד פון פארשונג איז שפיל טעאריע. ער איז אויך אן אמעריקאנער בירגער און א מיטגליד פון דער נאציאנאלער אקאדעמיע פון וויסנשאפטן אין די פאראייניקטע שטאטן.
געבורט |
8 יוני 1930 (אלט 94) י"ב סיון ה'תר"ץ פראנקפורט, דייטשלאנד |
---|---|
פעלדער | מאטעמאטיק, עקאנאמיק |
מוסדות |
|
לעבנסגעשיכטע
רעדאַקטירןאוימאן איז געבוירן אין פראנקפורט, דייטשלאנד. זיין משפחה האט געוואנדערט אין די פאראייניגטע שטאטן אין 1938, א פאר חדשים פאר קריסטאלנאכט.
ער האט געלערנט אין דער הרב יעקב יוסף ישיבה שולע אין מאנהאטאן. דערנאך האט ער שטודירט מאטעמאטיק אין ניו יארק סיטי קאלעדזש וואו ער האט באקומען זיין ערשטע דיפלאם, און שפעטער האט ער באקומען זיין דאקטאראט פון מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע (MIT) מיט א טעזיס אין קנופ טעאריע. אין יאר 1955 איז ער אריבער צו פרינצטאן אוניווערסיטעט וואו ער האט אנגעהויבן זיין פארשונג אין שפיל טעאריע, וואס איז דעמאלסט געווען א גאר ניי פעלד פון פארשונג אין מאטעמאטיק.
אין 1955 האט ער חתונה געהאט מיט אסתר שלעזינגער, א טאכטער פון דר. אברהם שלעזינגער, דער דירעקטאר פון שערי צדק שפיטאל. זיי האבן געהאט פינף קינדער. זייער בכור, שלמה,[1] איז געפאלן א קרבן אין דער לבנון שלום אקציע.
אין 1956 האט ער עמיגרירט קיין ישראל און ער האט זיך באזעצט אין ירושלים.
אסתר אוימאן איז נפטר געווארן אין תשנ"ח. אין תשס"ה האט ישראל אוימאן חתונה געהאט מיט איר עלטערער שוועסטער, בתיה (כהן).
וויסנשאפטלעכע ביישטייערונג
רעדאַקטירןאוימאנס גרעסטע ביישטערונג איז אין דעם געביט פון איבערגעחזרטע שפילן.
אין 1989 איז אוימאן דערוויילט געווארן א מיטגליד אין דער ישראלישער אקאדעמיע פון וויסנשאפטן. אין 1994 איז ער באלוינט געווארן מיטן ישראל פריז פאר עקאנאמיק. אין 1995 האט מען אים דערוויילט א פרעמדן מיטגליד פון דער בריטישער אקאדעמיע.
וועבלינקען
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ שלמה אוימאן, archived from the original on 2007-09-27, https://web.archive.org/web/20070927232133/http://www.izkor.gov.il/izkor86.asp?t=98956, דערגרייכט 2007-12-09