ישכר בעריש אייכנשטיין (דאלינע)

רבי ישכר בעריש אייכנשטיין זצ"ל (ה'תקצ"ה - כ"ט שבט ה'תרמ"ו), רבי אין דאלינע, באוואוסט אלס "רבי בעריש דאלינער".

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי ישכר בעריש איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ה (אומגעפער), דער דריטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער מהרי"א, א זון פון הרב ישכר בעריש אייכנשטיין רב אין זידיטשוב, דער פערטער זון פון הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין.

רבנות רעדאַקטירן

אין יאר ה'תרט"ז איז רבי ישכר בעריש שוין געווען דיין אין זידיטשוב. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין תרל"ג איז ער געווארן רב און רבי אין דאלינע

רבי ישכר בעריש איז געווען זייער באליבט ביי די צדיקים פון זיין צייט, און ער האט געהאט א גרויס געפארכטס. ביים צוזאמנקומפט פון דער גרינדונג פון מחזיקי הדת אין לעמבערג איז רבי ישכר בעריש געזעסן אויבן-אן צוזאמען מיט די רביס פון בעלזא, וויזשניץ, און שינאווא.

זיינע תורות זענען אינעם ספר ליקוטי תורה מהר"י.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי ישכר בעריש איז געפארן אויף א שבת קיין ווערעצקי, אונגארן, פרייטאג צו נאכטס האט מען אים איינגעזעצט מיט אן אויסרייד אז זיינע פאפירן זענען נישט אין ארדענונג, זיינע חסידים האבן ערלעדיגט און אים באפרייט, אבער ער האט זיך שטארק איבערגענומען דערפון, און איז באלד נאכדעם נפטר געווארן כ"ט שבט ה'תרמ"ו.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי ישכר בעריש האט געהייראט א טאכטער פון הרב רבי אברהם פון סטרעטין. זייערע קינדער:

  • די ווייב פון הרב פנחס רוקח, פון קארוב.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר