ירמיהו אהרן טאוב
ירמיהו אהרן טאוב (געב׳ 1967) איז א יידישער און אן ענגליש-שפראכיקער דיכטער און דראמאטורג.
ער איז געבוירן געוואָרן אין 1967 אין פֿילאַדעלפֿיע אין אַ פֿרומער משפּחה. זיך געלערנט אין ישיבות און שפּעטער – אין טעמפּל־אוניווערסיטעט אין פֿילאַדעלפֿיע, עמאָרי־אוניווערסיטעט אין אַטלאַנטע, קווינס קאַלעדזש און אינעם שטאָט־אוניווערסיטעט פֿון ניו־יאָרק. דעביוטירט מיט לידער אויף ייִדיש אין 1993 אויף די שפּאַלטן פֿונעם זשורנאַל "יוגנטרוף", שפּעטער האָט ער זיך געדרוקט אין אַ רײ אַנדערע ייִדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס – "דער באַוועבטער ייד", "פֿאָרווערטס", "די צוקונפֿט". ער איז דער מחבר פֿון פֿיר בענד פּאָעזיע: The Insatiable Psalm, הערשי, 2005; "וואָס שטילקייט האָט באַלויכטן", וועסט־לאַפֿאַיעט, 2008, "אָנקל פֿייגעלע", אָסטין, 2011 און "תפֿילות פֿון אַן אַפּיקורס", אָסטין, 2013. די אַלע ביכער האָבן ייִדישע עלעמענטן: לידער, פֿראַזעס, ווערטער.
טאויב וווינט אין וואַשינגטאָן, ד"ק.