יצחק יהושע העשיל פרידמאן

סאדיגורער רבי

רבי יצחק יהושע העשיל פֿרידמאַן (געבוירן כ"ד אייר תשנ"ו) איז דער היינטיגער סאדיגערער רבי אין בני ברק.

רבי יצחק יהושע העשיל פֿרידמאַן
געבורט 13 מאי 1996 (אלט 28)
כ"ד אייר תשנ"ו
לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט בני ברק
פאטער רבי ישראל משה פרידמאן
7טער סאדיגורער רבי
שותף לשלטון מרדכי שלום יוסף פרידמאן (ירושלים)
אהרן דב בער פרידמאן (לאנדאן)
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין לאנדאן צו רבי ישראל משה פרידמאן און צו שרה, טאכטער פון חיים משה פעלדמאן. ער האט געלערנט אין דעם בעלזער חדר און ישיבה קטנה, און אין דער גייטסהעדער ישיבה. דערנאך האט ער געלערנט אין דער מירער ישיבה אין ירושלים, וואו ער האט געלערנט ביי הרב אשר אריאלי.

ער האט חתונה געהאט ז' שבט תשע"ח מיט מלכה, טאכטער פון הרב אשר חיים שטערנבוך, דיין אין דעם אנטווערפענער מחזיקי הדת קהילה, זון פון הרב אליהו שטערנבוך.

נאך זיין טאטענ'ס הסתלקות אין חודש אב תש"פ, איז נתפרסם געווארן אז זיין טאטע האט געשריבן אין צוואה אז רבי יצחק יהושע העשיל וועט איבער נעמען די סאדיגורער רביסטעווע כאטש אז ער איז דער פינפטער זון.

מיט זיין הסכמה, האט זיין מאמע שרה מכתיר געווען נאך צוויי זין רבי׳ס: רבי מרדכי שלום יוסף, סאדיגורער רבי אין ירושלים, און רבי אהרן בער, סאדיגורער רבי אין לאנדאן.