יעקב ווייס איז דער רב אין בית המדרש ישמח משה אין מאנסי שכונת טשעסטנאט רידזש.

אזוי אויך איז ער יושב ראש הנהלה רוחני מוסדות סאטמאר מאנסי

קודם איז ער געווען א מנהל יארן לאנג פון דער סאטמאר ישיבה גדולה אין מאנסי בנשיאות הגה"צ רבי חיים יהושע הלברשטאם גאב"ד סאטמאר מאנסי, דערנאך איז ער אויפגענומען געווארן אלטס מנהל פון דער פאפא ישיבה גדולה אין וועסטשעסטער ווי ער האט דארטן משפיע געווען פאר ארום ניין יאר. בשנת תשע"א ווען די מתיבתא אין קרית יואל איז דורך פארשידענע זמנים און מען האט צוטיילט די מתיבתא אין עטליכע סניפים האט מען אים אויפגענומען אלטס מנהל פון סניף ברך משה.

ער איז דער תורה שרייבער פונעם ספר ברך משה פונעם סאטמארער רבי׳ן דער בעל ברך משה, ווי ער האט שוין במשך די יארן ארויסגעגעבן 12 בענדער ברך משה, און הגדה של פסח און זמירות ברך משה.

רבי יעקב אליין האט שוין ארויס געגעבן אסאך ספרים, אלה מסעי, נאות יעקב, משכנות יעקב, רנו ליעקב [צוויי בענדער], זמירות בית יעקב, הגדה של פסח תגיד ליעקב, הקול קול יעקב.

רבי יעקב וואוינט אין מאנסי.

רבי יעקב ווייס איז א זון פון הרב דוד יואל ווייס פון ירושלים בעל מחבר ספרי מגדים חדשים על ש"ס ועל התורה - 14 בענדער, ויושב ראש כולל שומרי החומות.

רבי יעקב ווייס איז א איידעם ביי רבי אברהם משה, טאפאלטשאנער רב, בעל יעלת חן, בן המקובל רבי שמואל קרויס בעל שפתי חן.