יידישלאנד (זשורנאל)
"ייִדישלאַנד" איז אַן אומאָפּהענגיקער ליטעראַרישער קוואַרטאַלניק, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 2018 דורך די ישׂראלדיקע שריפֿטשטעלער וועלוול טשערנין און מיכאל פֿעלזענבאַום בײַ דער שטיצע מצד דעם פֿאַרלאַג "אָלניאַנסקי טעקסט". ער דערשײַנט אין צוויי טיראַזשן – אין ישׂראל און אין שוועדן. מיטגלידער פֿון דער רעדקאָלעגיע זײַנען, חוץ די גרינדער, ניקאָלײַ אָלניאַנסקי (שוועדן), דובֿ־בער קערלער (ישׂראל - פֿשאַ), וואַלערי דימשיץ (רוסלאַנד) און יעלענע סאַראַשעווסקאַיאַ (ביראָבידזשאַן). צווישן די מחברים פֿונעם זשורנאַל זײַנען די דיכטער און פּראָזאַיִקער רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, פֿעליקס חיימאָוויטש, משה לעמסטער, ישׂראל נעקראַסאָוו, ירמיהו־אהרן טאַוב, יואל מאַטוועיעוו, שלום בערגער, ברוריה וויגאַנד, חיים סאָקאָל, מאַרעק טושעוויצקי, שירי שאַפּיראַ, דוד־עומר כּהן אא. חוץ דער אָריגינעלער קינסטלערישער ליטעראַטור, פֿאַרעפֿנטלעכט דער זשורנאַל איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן, ווי אויך וויסנשאַפֿלעכע און קריטישע אַרטיקלען אין געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר, טעאַטער, שפּראַך־קענטעניש וכּדומה. "ייִדישלאַנד" אַנטהאַלט באַשטענדיקע רובריקעס: "נײַע ביכער", "אַ נײַ זינגליד" און "מאַטעריאַלן צום לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 21טן יאָרהונדערט".
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירןhttps://www.facebook.com/yidishland
[[קאַטעגאָריע:]]