יוסף גוטפארב
יוסף גוטפארב איז א באקאנטער "נומער" (שטערן) אין ירושלים עיר הקודש, ער דרייט זיך אגאנצן טאג אין זכרון משה שטיבלעך. ווי ער מאכט קדישים, געבט לחיים און לעבט-אויף מיט וויצן די אלע בחורים און צובראכענע אידן וואס דרייען זיך דארט. ער פירט זיך צו וואשן זיך די הענט נאכאנאנד און גיט אכטונג נישט אנרורן א צווייטן. כאטש זיינע אינטרעסאנטע הנהגות האלט ער אויס א שיינע שטוב מיט קינדער.